יום שלישי, מרץ 29, 2011

שערי דמעות לא ננעלו ג': תורה וגדולה במקום אחד

טאָמער איז דאָס אַלעס צו שווער און דו ביסט נישט פעיִק אַזוי ווייט זיך אָפּצושיידן, ווי אַן עבד עברי זאָגסטו אהבתי את אשתי ואת בני לא אצא חפשי און ביסט מוכן אפילו פאַרדעם צו האָבן אַ צובויערטן אויער, זאָג איך דיר 'וועלקאָם טו זע קלאָב'. אין דעם קען איך רעדן ווי אַ זקן ורגיל. דאָ שפּיר איך מיך אַ הויפּט מחותן און וואָס איך וועל זאָגן לעב איך איבער טאָג טעגליך. און איך בעט דיר שוין איבער אַז איך בין עטוואָס צו פּראַקטיק. עס איז פּשוט אַז דאָ בין איך אַ בקי בכל מכמוניה איז גלייך איך זאָל נישט זיין אַ זה נהנה וזה לא חסר. און אַז דו האַלסט ווייטער ווי איך שרייב איז אויך נישט אַ ברכה לבטלה און זאָלן אַנדערע געניסן.

ראשית כּל זענען די ווענט נישט אַזוי שמאָל ווי מען מיינט. און אפילו אַז יאָ דאַרף מען זיך אויסלערנען זיי אויסצוציען. נישט סתם זיך אָנצולענען ווייל חסידישע פיס טראָגן שווער זייערע געוויכט נאָר צו שטיפּן אויף זיי צו פאַרברייטערן. עס זעט אויס אַז דו האָסט שוין אַריינגעביסן אינעם עץ הדעת איז זעסטו דאָך אַז דער באַשעפער איז דיר נישט געקומען זוכן, אַיֶכּה, און מען האָט דיר נישט אונטערגעהאַקט די פיס. אַז דו וועסט דערלאַנגן אַ שטיפּ וועסטו זען די ווענט זענען געמאַכט פון גומי און די וועכטערס ביים טויער שלאָפן מיט ליידיגע געווער. קענסט גיין און קומען וויפיל דו ווילסט נאָר מיט צוויי תנאים: זאָלסט נישט מיטשלעפּן אַנדערע און זאָלסט נישט צילן אויף זיי. און מאַך אויך נישט דעריבער צו אַ גרויסן טומעל. דו ווייסט דאָך אַליין אַז די לוחות הראשונות האָבן נישט מאריך ימים געווען על שנתנו בפומבי.

ווי איך האָב פריער געשריבן דיין ראשית חכמה זאָל זיין זיך פאַרשרייבן וואָס שנעלער אין אַ לערן פּראָגראַם. פאַרלאָז דיך נישט אויף דיינע ישיבה יאָרן אָנצוהייבן ווייטער פון וווּ דו שטייסט. קום נישט ווי אַ חכם אַז דריי יאָר אין ישיבה איז אַזוי פיל ווערד ווי אַ הויך־שול דיפּלאָמע און דו קענסט אַלעדיקן מען זאָל דיר אָננעמען ווי נאָר. יאָג דיך נישט, דאָס לעבן איז לאַנג גענוג. מיר האָבן זיך געאיילט און מקדים געווען נעשה לנשמע און ליידן נאָך ביז היינט. וועסט מיט די צייט טרעפן אין דיין תורה אַ שוויות אָבער דאָס איז פאַר שפּעטער. דערווייל טו ווי ר' עקיבא ביי די פערציק און הייב אָן ביי תורה צוה און שמע בני.

אַז וועסט אָנקומען אין קאָלעדז וועסטו באַלד זען נאָך זיצן אַפּאָר טעסטס און פאַרהערס וואָס די תשובות אויף די שאלות זענען נישט 'לרש"י אסור, לתוספת מותר' ווי דיין חשיבות וועט וואַקסן ביי דיר אין די אויגן. נאָך אַפּאָר בויגנס פון דיינע אייגענע ווערטער און דיין אייגענער מיינונג וועט שוין נישט זיין ונהי בעינינו כחגבים. דיין קאָנפידענץ וועט זיך הייבן מעלה מעלה און דו וועסט דיך שפּירן אַ גבר בגוברין. וועסט באַקומען אַ גרייד און וועסט דיך דערמיט רימען נאָך מער ווי אַ בר מצווה בחורל מיט זיין אייגענער נאָמען אויסגעשטיקט אויפן פאָרענט פון זיין נייע תפילין באַרטל אין אַ גלאַנצערדיקער פּלאַסטיק. וועסט האָבן דער געפיל אַז האָסט עפּעס ערלעך פאַרדינט וואָס איז עובר לסוחר אפילו אין נישט יידישע זיפּ קאָדס. מעשה ידיו להתפאר נישט ווייל דיין טאַטע איז אַ גביר אָדער ווייל דו ביסט אַ מתמיד און מען וויל דיר נישט אַנטוישן. וועסט געווויער ווערן וואָס דאָס מיינט האדם נדון לפי מעשיו און אַז אָפּגעבן דין וחשבון מיינט נישט שטיין פאַר אַ משגיח מיט ציטערטיקע גלידער.

אין אָנהייב וועט דער נייער שפּילצייג פון טראַכטן זיך שפּירן זייער מאָדנע. אַ טיטשער קומט אַריין אין אַ קלאַס פון פילאָזאָפיע און גיט אַ פרעג 'וואָס האַלט איר? האָט מען אַ 'מיינד' צי נישט?’ און דו וועסט ביי דיר קלערן, וואָס הייסט וואָס איך האַלט? נשמה שנתתה בי. אַז איך האַלט אַז נישט וועט די נשמה עפּעס נעלם ווערן? און אַז עס איז נישט דאָ אַ נשמה וואָס איז דער מותר האדם מן הבהמה? וועסט דיך אָבער צוגעוויינען אַז אַ גוטע קשיא צווינגט נאָך נישט אַ תירוץ.

תלמידים און תלמידות וואָס במושכּל ראשון וועסטו זיי אפשר אָנקוקן ווי 'ביליגע גויים' וועלן זאָגן זייערע מיינונגן און וועסט טראַכטן, פרישע בויך סברות. אַסאַך וייסן זיי. און נאָך יעדער האָט געזאָגט זיינס וועט דער טיטשער דערציילן פון דייקאַר ווי ער איז געזעסן ביי זיין שרייב טישל בלויז מיטן בעקיטשע און אַ ליכטל מיט אַ בויגן און אַ פּענע און געטון אַ קלער. נישט חובת האדם בעולמו נאָר צי עס איז בכלל דאָ אַן אדם און אַן עולם. און מען וועט עס נישט איבערזאָגן מיטן ניגון פון ר' עקיבא אייגרס אַ וועלטס קשיא נאָר מען וועט פרעגן וואָס דער עולם האַלט. הערסט: מען זאָגט נאָך אַ ראשון און דו האָסט אויך אַ מיינונג. ונתח אותו לנתחיו מיינט נישט שטיין בלייבן נאָך אַ קלער צי עס איז אַ דאורייתא צי אַ דרבנן, נאָר אַז אַלעס איז מונח בספק און אפילו דער עד שיבא אליהו.

וועסט דיך אפשר שעמען פון דיר אַליין. איבער דעם האָב איך איבערגעלאָזט אביי ורבא צו קלערן אַזעלכע שטותים? וועסט צוריק קומען אין בית מדרש און וועלן דערציילן דיינע חבירים דיינע חידושים און זיי וועלן דיר אָנקוקן ווי אַ חסר דעה. 'פרישע דאגות' און זיי וועלן באַלד צוריק גיין צו זייערע פלפולים איבער דער שנעלסטער וועג צו וואָדבערי קאָמען. וועסט עס מוסיף זיין צום ליסטע פון זאַכן שהשתיקה יפה להם און וועסט בלייבן איינער אַליין צו קלערן איבער דיינע קלערונגן. נישט צי זיי זענען כּשר נאָר צי דאָס מיינט נישט דער פּסוק וילכו אחרי ההבל ויהבלו.

אַז וועסט שטודירן ליטעראַטור וועט דער זעלבער פּאַסירן ווען מען וועט דיר הייסן שרייבן אַ פּאַפּיר איבער האַמלעטס שגעון. בין איך משוגע צו שרייבן איבער אַ משוגעת פון אַ מענטש וואָס לא היה ולא נברא? עס וועט דיר אפשר נישט איינפאַלן אַז כי היא חכמתכם ובינתכם מיינט אויך לערנען פריש יעדער יאָר ספר בראשית מיט אַלע מפרשים און זאָגן שבת אינדערפרי לדוד בשנותו את טעמו. צו דעם וועסט דו דיך אויך צוגעוויינען.

אַז דיין זעלבסט זיכערהייט וועט זיך הייבן וועסט דו שוין געפונען וויאַזוי צו גיין צו העכערע און בעסערע קאָלעדזעס. דיין פרוי וועט זען אַז איר מאַן איז נישט אַראָפ פון וועג ווייל ער האָט אויפגעמאַכט אַ ביך געשריבן פון לינקס צו רעכטס און זי וועט זיך מיט דיר שטאָלצירן. דיינע עלטערן און קרובים ווי פרום זיי זאָלן נישט זיין וועלן זיך אויך רימען אפילו אַז זיי וועלן עס דיר נישט קענען זאָגן. זיי וועלן פּאַטשן די הענט אָן צו זען דער סתירה אַז זיי שעפּן נחת פון עפּעס אַנדערש ווי האָרערווען אין ייאוש שלא מדעת.

עס וועט נישט לאַנג געדויערן און דו וועסט שטיין מיטן פלאַכן קאַפּעליטש פון אַ גראַדואַנט און די אַרומיקע וועלן זיך ניטאַמאָל קענען פאָרשטעלן ווי אַ האַרץ קען אַזוי איבערפליסן פון דער נצחון פון אַן אַיקס ישיבה בחור ביני עמודי פון אַקאַדעמיעס פון חכמת יוונית. פון נרות בחצרות קדשך פייערט מען חנוכה אָבער דיין פּערזענדליכער יום טוב וועט זיין פון קדשך בחצרות יון. האָפענטלעך וועסטו קענען דערציילן דיין פרוי און אפשר אַ פּאָר נאָנטע חבירים אָבער ערוואַרט נישט קיין כּבוד דערויף. מען וועט אויף דיר אַרויפקוקן אָבער מען וועט דיר אויך אָנקוקן מיט לינקע אויגן, מען וועט דיר אַוועקמאַכן, 'מען קען שוין מיינען', אפילו ווען מען ראָט זיך מיט דיר, מען וועט שעפּן נחת פון דיינע שטרויכלונגן. דו וועסט אָבער טאַנצן והקב”ה מצילנו מידם.

אויסער שטודירן וועסטו געפונען דער שיינער וועלט וואָס דו זוכסט. אַנטלויף צו דער מעט און קוק אויף רעמבראַנטס ‘אַריסטאָטל מיט אַ ביוסט פון האָמער’ און פאַרשטיי וואָס דאָס מיינט אַ תלמיד המחכּים את רבו. זע ווי דער רבי איז נישט דער כביכול און דער תלמיד מיז זיך נישט פאַרשטויבן אין זיינע פיס. דער גרויסער תלמיד מעג אפילו איבעשטייגן דעם קלענערעם, טויטן רבין. לערן מדרשים און סיפּורי צדיקים אין שאַגאַלס ‘איך און דער דאָרף’. קוק אויף דער צורה פון אַ צדיק אין על גרעקויס סאַן דזעראָם. זע אין קונסט וואָס דאָס מיינט ע' פנים צו אַ וועלט. ווי אַ מענטש איז אויך בכּוח צו זאָגן יהי אור און נעשה אדם. ליין פּאָעזיע, און ליטעראַטור, גיי אין טיאַטער און זיי שייקספּיר און אַרטור מילער, טענעסי וויליאַמס און סאַמיועל בעקעט, און ליין און ליין און ליין נאָך מער. ליין אויך אונזערע ריזן ווי שלום עליכם, פּרץ, ביאַליק, אייזעק בבל און קאַפקאַ און ליין אויך טשעכאָוו און טאָמעס האַרדי. דער וועלט איז פאַר דיר אָפן און קיינער שליסט דיר נישט אויס.

די קינדער קענסטו אויך מיטנעמען. איך האָב נאָך נישט געהערט מען זאָל אַהיים שיקן אַ יינגל פון חדר ווייל זיין טאַטע האָט אים געפרעגט ווי קען זיין אַז דוד המלך האָט געשריבן על נהרות בבל? ווייז אים אַ זאַפטיקער אבן עזרא וואָס זיין רבי קען ניטאַמאָל דער עברי דערפון. אַז די צייטונגן רעקלאַמירן חלילה נישט איבערצוצאָלן די גויטעס לערן מיט זיי דער רמב"ם סוף הלכות עבדים און זאָג זיי נאָך אַ שטיקל מורה. עס איז שווער צו פאַררעכטן דער וועלט אָבער די אייגענע קינדער איז מען דאָך באַפוילן ושננתם לבניך. וועסט שנעל זען ווי וויסנשאַפט איז אָנשטעקעדיק. לערן זיי אויס אַז דער מדרש שטייט נישט אין פּסוק און ווערטער מיינען נישט פּשטים. און אַז זיי וועלן צוריקענטפערן וועסט דו בעסער פאַרשטיין קוב"ה חדי בפלפולי דאורייתא.

אין אָנהייב וועסט דו דיך אפשר שפּירן נאַקעטיק נישט קענענדיק דער וועלט, דער שפּראַך, דער קולטור. אָבער אין אַ קורצע צייט וועסטו זען אַז אַלע דערגיין צום זעלבן וידע אדם. אַלע ווילן בעסער פאַרשטיין דער וועלט וואָס מיר לעבן דערין און יעדער יחיד זיך אַליין אין דער מיט. נישט לשם אַ תשובה נאָר בעסער צו פאַרשטיין די שאלה.

דער ערגסטער איז אַז דו וועסט זיין אַליין. וועסט איינזאַפּן אַסאַך און וועסט דאָרשטן זיך צו טיילן מיט אַ צווייטן ואין קונה. ווי די אנוסים אין דער אינקוויזיציע וואָס האָבן געזוכט גרינס אויף ערב פּסח צו געפונען נאָך אַ ייד, וועסט דו פרעגן פאַר חשודים פּאַרעווע שאלות אויף אויסצומעסטן די תשובות צי ער איז משלנו. עס וועלן זיין זמנים וואָס וועסט פּגרן פאַר אַ חברותא און וועסט בעסער פאַרשטיין דער וואָרט אויף קנה לך חבר, די פּענע זאָל דיר זיין אַ חבר. בלויז איר קען מען אַלעס דערציילן, אַנטוישונגן און הצלחות, ירידות און עליות. זי הערט אַלעס אויס און נעמט עס איין און גיט נישט קיינע עצות.

עס וועלן אָבער אויך זיין זמנים וואָס עולמך תראה בחייך. דו וועסט שפּירן דעם טעם פון תורה וגדולה במקום אחד און אַז מען קען יאָ טאַנצן אויף צוויי חתונות. טעמים פון אונזערע קולטור אין אַ זיסער לכה דודי, והוא שעמדה ביים סדר טיש, סיפּורי צדיקים און אַ וואַרעמער ניגון, משפּחה, שמחות און ברידערלעכע פריינדליכקייט אָבער אויך די טעמים פון אַ ברייטערן קולטור פון מוזיק, קונסט און ליטעראַטור. ועל כולם דער תענוג פון אַן אמתע נחלה בלי מצרים וווּ מען מעג דענקן און שרייבן וויאַזוי עס געפעלט. אפילו אַז דו וועסט זיין אַליין אין דיינע מחשבות ביסטו נאָך אַלץ אַ חלק פונעם כּלל אָבער אָן זייערע שעבוד. זיצענדיק ביי קבלת שבת צי ביי אַ שוועסטער קינדס אַ מצווה טאַנץ פאַרזונקן אין דיינע מחשבות וועסטו פאַרשטיין ר’ נחמנס ווערטער אַז מען קען פּראַוון התבודדות אין אַ צימער פול מיט מענטשן.

טאָמער אף על פי כן, נאָך דאָס אַלעס מיזט דו האָבן אַ וועג ווייזער, עמעצער וואָס רעדט נישט אין אַבסטראַקטן נאָר דירעקט וועל איך דיר רעקאָמענדירן איין ביך וואָס איז מעין אַ סעקולאַרע חובת התלמידים. טאַקע נישט אַ מוסר ספר אָבער סוף סוף אויך אין דער קאַטערגאָריע פון ביכער וואָס מען נאַשט יעדער וואָרט ווייל מען דאַרף הערן פון אַ צווייטן. אין אַזאַ צייט בין איך מציע רילקעס בריעוו צו אַ יינגער דיכטער.

ובזה אברך על המוגמר. זאָלסט טרעפן צופרידנהייט אין וואָס דו קלייבסט דיר אויס און געדענק אַז אומעטום קען מען זיך שאַפן אייגענע ד' אמות וווּ דאָרט איז מען אַליין בעל הבית.

מיסטער פאַרוויינטער: חזק ואמץ, עלה והצלח און הזורעים בדמעה ברנה יקצורו.

המצפה להרמת קרן ישראל בכליון עינים

ק"ק

9 תגובות:

Laura אמר/ה...

You left the best for last. Amazing post! I just want to disagree with one point, and I translate: "The worst is that you will be alone." Putting aside the philosophical creed that "in the end, we're all alone," the reality is that in this journey that you describe, everyone finds someone. That someone (or someones) may not answer all your needs, but she/he will satisfy plenty. Farveinte oigen, if he chooses to follow the path you prescribed, will find a friend along the way. He will not be alone.

אנונימי אמר/ה...

וויפיל איך זאל מיך פרובירן איינהאלטן, און אויפהערן זיין א חונף, א נודניק אדער סתם א קאפ פארדרייער, קען איך זיך נישט איינהאלטן פון אריינווארפן א קאמפלימענט.

דו ארטיקל און דו נאכ'טעם ווען מ'ענדיגט דאס לייענען איז ממש מעין עולם הבא. אזויפיהל הדרכה און מראה מקומות, פקחות אין נעימות, פארשטענדעניש און טרייסט, און קורצן: א דערקוויקעניש... איך האב אסאך געהערט און אסאך געלייענט, קטלא, וואס מ'זעהט און מ'שפיהרט ביי דיר, איז אין ערגעץ נישט פארהאן. איך גלייב אז מ'קען און מ'דארף אויף דיר מאכן שחלק מחכמתו ליריאיו, מיט'ן שם ומלכות.

-Wz

אנונימי אמר/ה...

"א סימן פון אמת איז פאראדאקס".
זאג איך: החייתני קטלא!

אנונימי אמר/ה...

קטלא, אייזן, און אייזן, און אייזן, אלע דריי ענפער'ס פאר פארוויינטע אויגן זענען צום פונקט, און צום פינטעלע...

אבער אז פארוויינטע אויגן האט דיר ערוועקט דיינע חושים, און דיך געזעצט צום שרייב טיש, ביטע, ווילאנג די טינט איז נאך פייכט, שרייבזשע אן נאך און נאך.

עס זענען פארהאן פארשידענע דברים העומדים על הפרק אין די יידישע גאס, און עס ברויכן אויסקלארירט ווערן.

נעם אפאר דוגמאות דא, ועל הכלל כולו יצא, די חמץ'יגע זאלצ-ווייציגע מצה פון אריזאנע. די גרויסע איסור אויף דעם אידישען ראדיא פראגראם קול מבשר. און נאך פארשידענס.

רעכט אן עפעס וואס אין מויל צו נעמען, אה כמעט פארגעסן די חפירות אין הייליג לאנד.

קטלא, לאז נישט דיינע ליינער פאלן

The real Nuchem אמר/ה...

I just discovered this blog, and let me start by saying, this is extremely great writing on your part.

i have many comments to make, but will wait until i read all the articles dating back for a while

good luck

HH אמר/ה...

דיינע עלטערן און קרובים ווי פרום זיי זאָלן נישט זיין וועלן זיך אויך רימען אפילו אַז זיי וועלן עס דיר נישט קענען זאָגן. זיי וועלן פּאַטשן די הענט אָן צו זען דער סתירה אַז זיי שעפּן נחת פון עפּעס אַנדערש ווי האָרערווען אין ייאוש שלא מדעת.
Very true, but not restricted to secular studies. We value achievement, but not the process to achieve. A diligent kollel yungerman is denigrated as a 'bank-kvetcher' until he is granted a rabbinic position.

אנונימי אמר/ה...

Katla, Can we get something re: Skvere parsha?

אנונימי אמר/ה...

wow! you're realy good. keep up with the good work.

אנונימי אמר/ה...

העיקר שכחת.... וואס וועט זיין מיט קישן אן אנדערע פרוי.....