יום ראשון, אוקטובר 20, 2002

התנצלות המחבר

איך דאַרף אײַך אַלע מחילה בעטן אַז איך האָב שױן אַזױ לאַנג נישט געשריבן. חוץ פֿון דעם װאָס איך בין פֿאַרנומן איז עס אױך פֿאַרבונדן מיט דעם אַז איך גײ בעילום שם. איך װיל דערצײלן פֿיל מער װאָס עס װעט דאָ זײַן געשריבן. איך בין אָבער אַ פּחדן און דערפֿאַר בין איך מגלה טפֿח און מכסה טפֿחיִים. קלערט איר אַודאי פֿון װאָס האָב איך מורא. דער תּירוץ איז אָבער אַ פּשוטע: איך װיל מען זאָל מיר ערגעץ באַגראָבן. אַז מען װעט װוּסן אין מײַנע קרײַזן אַז איך שרײַב אױף אַן אָרנטליכן אופֿן װעגן דאָס לעבן צװישן חסידים װעט מען מיר נישט באַגראָבן אױף אַ מכובדיקע פּלאַץ אינעם בית החיִים. אַז איך װעל האָבן זכות אַבֿות װעלן זײ מיר לײגן לעבען דער פּלױט. אַנדרע װעלן זאָגן מען זאָל מיר געבן אַ קבֿורת חמור אָדער בכלל נישט אַרײַן לאָזן אױפֿן הײליג אָרט. אַז דאָס װאַרט מיך אָפּ קענט איר דאָך נישט פֿאַרלאַנגן אַז איך זאָל מפֿקיר זײַן מײַן נשמה.

און ס'איז נישט בלױז נאָך מײַן הונדערט און צװאַנציג. מײַנע זונען דאַרפֿן גײן טאָג טעגליך אין חדר און מײַנע טעכטער אין בית רחל; איך און מײַן פֿרױ דאַרפֿן אױך פּרנסה. אַז מען װעט װוּסן אַז איך דערצײל דאָ די סודות פֿון חדר האָט איר אַ הוה אַמינא אַז איך װעל קענען אָנגײן מיט מײַן חסידיש לעבן. ממילא איז עת לעשׂות לה' און נישט אַלעס דערצײלן. װעט איר מיר מוזן מוחל זײַן און איך װעל אײַך נישט דערצײלן צי איך בין פֿון אַמעריקע, אָסטראַליע, קאַנאַדע צי אירופּא אָדער גאָר פֿון ישׂראל. איך װעל אױך נישט זאָגן צי איך בין אַ כּולל יונגערמאַן, אַ מלמד, אַ מגיד שיעור, אַ געשעפֿטסמאַן אָדער סתּם אַ סוחר. איך װעל אױך מוזן פֿאַרדרײען אָדער אינגאַנצן נישט שרײַבן פּרטים איר זאָלט נישט קענען מאַכן קײַנע שמע מינה'ס װער איך בין. אַזױ פֿיל נאָר, גלײבט מיר בנאמנות אַז װאָס איך שרײַב איז אַלגעמײן אמת און די ענדערונגן זענען קײַן סאַך נישט מעלה ומוריד. טאָמער װעט איר דן זײַן לחובֿה פֿון דעם די חרדים בכלל און די חסידים בפֿרט זאָג איך אײַך אַז עס איז נישט באַרעכטיגט. כאָטש עפּעס אמת ליגט אין דעם אַז זײ זענען נוקמים ונוטרים פֿאַר זײער שנה ופּירוש'ניקעס איז עס אױך אמת אַז איך טרײַב עס אודאי איבער. נאָר ס'איז מיר ניחא צו זײַן מער פֿאָרזיכטיג װוּ אײדער װײניגער. עד כּאן דבֿרי המתנצל.

נאָך איִין װאָרט: דער כּװנה פֿון די בלאָגס איז נישט אױף לשון הרע און רכילות װאָס עס טוט זיך אינעם חסידישן און חרדישן װעלט. ס'איז אָבער יאָ אַן אָרענטליכן בליק פֿון אינערװײניג װיאַזױ דאָס לעבן פֿירט זיך סײַ אױף גוטס און סײַ אױף פֿאַרקערט און װוּאַזױ איך געפֿון מיך מײַן פּלאַץ דערין.

זאָגט מיט מיר תּפֿלת הדרך אײדער מיר גײן אַרױס אױפֿן װעג.

2 תגובות:

אחר אמר/ה...

קאמענטארען פון מהדורא קמא:
אריבערגעפיהרט לזכר נשמת אלישע בן אבויה

קטלא קניא
תגובות לקטע: התנצלות המחבר

ילדת טבע (האתר שלי) , 17:39 20/10/2002:
אני שמחה שהבהרנו את זה.
הוסף תגובה לתגובה

יעלה (האתר שלי) , 18:09 20/10/2002:
וואו..... טקסט מדהים. הבנתי כל מילה :-)
הוסף תגובה לתגובה

זיסער , 06:01 21/10/2002:

סחטיין על הרעיון, ללא הניקוד לא הייתי מזהה אותך :)
הוסף תגובה לתגובה

אברמל דער יידישיסט , 09:31 21/10/2002:

טייערע פריינד פון הווה אמינא און פון שמע מיניה,
האט נישט קיין מורא.איר אונד מיך צוזאמען וויסן גאנץ גענוי אז א סאך פון היינטיקע חרדים,בפרט די יונגע גענעראציון,וייסען ליידער כמעט קיין מאמע-לשון,כאטשע די מערהייט פון זיי זאגען אומיין יהיי שמיי ראבו וגו'.דעריבער דאכט זיך מיר אז איר ווערד קענען שרייבן מער א פון וועג פון ברחל בתך הקטנה...
ביזן נעכסטע מאל זייט געבענטשט און דאר אייבישטער זאל אייך העלפן בכל אשר תפנה.
הוסף תגובה לתגובה

היריב (האתר שלי) , 18:51 22/10/2002:
I received an error on a mail I've sent you. Please provide me with a different email address.
הוסף תגובה לתגובה

liorer75@yahoo.com , 11:58 23/10/2002:

Hi ! I know idish from my grandparents. I dont speak but I can understand. Im interested in study idish by internet if possible, I really want to speak. If someone know any good site, please contact me.
הוסף תגובה לתגובה

פראזניק (האתר שלי) , 00:41 27/10/2002:

אה, צום סוף בין איך אריין געפאלן צו דיין בלוג, אפילו ביים מודיע זיין אין פארום האב איך דאס נישט געזען.

און אויף דעם האב'ן געזאגט די זאגערס: וואס איז באשערט איז באשערט..

האב פול הצלחה.


הוסף תגובה לתגובה

אביב , 15:14 22/3/2003:
כל מילה.
פשוט מילים כדורבנות.
הוסף תגובה לתגובה

אנונימי אמר/ה...
תגובה זו הוסרה על ידי מנהל המערכת.