יום ראשון, מאי 18, 2008

בשפה ברורה ובנעימה ב´

אין אמתן אודה ולא אבוש אַז מיר פלעגט אויך אַמאָל פאַרדריסן אַז די ייִדישיסטן קריטיקירן אונזער היימישע ייִדיש. מיין פאַרדראָס פלעגט זיך אויסווייזן אין ליצנות ווייל ייִדישיסטן האָבן מיר אויסגעזען, און אין געוויסע אַספּעקטן זען מיר נאָך אַלץ אויס, עטוואָס קוויינט, פון די סאָרט וואָס מען מאַכט אויף זיי משנה הבריות. איז עס אַ ניו אייד´ז משוגעת? איז עס אַ סאָרט אַנטי ציוניזם וואָס וויל ווייזן איר אהבת ישראל דורך ייִדיש? איז עס אַ דמיון אַז ביי די חסידים שטעקט דעם תוך תוך פון מיהו ומהו יהודי? עס איז שווער פאַר מיר צו וויסן אָבער ווען איך טרעף גאַנץ ייִנגע אַמעריקאַנע אָדער אייראָפּעיִשע פרייע יידן שמועסנדיק אין ייִדיש ווערן מיר נולד די שאלות. פאַרוואָס קומן זיי ווי יתרו צו אונזער שפּראַכיקע מדבר, וואָס האָבן זיי ביי אונז פאַרלוירן? מצד שני קומן זיי דאָך נישט. זיי קומן צו גיין מיט אַ רעפינירטן בליק און שבת ווילן זיי מאַכן פאַר זיך. ווען זיי קוקן שוין יאָ אַריין איז עס נישט צו בלייבן, ניטאַמאָל צו נעכטיקן. נאָר זיי קומן ווי דיי טריפּערס, בר בי רב דחד יומאס וואָס כאַפּן אַ בליק דאָ און דאָרט, אַלעס איז וואַו און מוראדיק און פאָרן זיך ווייטער צו נעכטיקן וווּ מען קען אָטעמען און טאַנצן.

אָבער אויך איז מיין רעאַקציע געווען מיט רתחא דאורייתא. וואָס הייסט, זיי וועלן אונז זאָגן וואָס און וויאַזוי מיר זאָלן רעדן? מאַכן פון ייִדיש אַ שיינער האָבּי, אַ פערדל פאַר זייערע איבעריקע צייט און האָבן דער חוצפּה אונז איינצוטיילן וויאַזוי מיר זאָלן רעדן. לאָמיר זען מיר זאָלן זיי איינטיילן וויאַזוי זיי זאָלן רעדן ענגליש און דער לענג פון זייערע חאָנטעס אַרבל. וועלן מיר זען וואָס זיי וועלן האָבן דעריבער צו זאָגן.

אַז איך האָב מיך צופיל געדרייט און פאַרברענגט מיט אָט די ייִדישיסטן און מיט ייִדיש ליטעראַטור בין איך מיד געוואָרן פון די טענות. וויפיל מאָל קען מען דען איבערזאָגן דער זעלבער טענה? צוויי מאָל, פינף מאָל און נאָך אַ צייט זעט מען אַז זיי גיין נישט אַוועק און וועלן ווייטער זאָגן זייערס און לאָז שוין אַזוי זיין. אַז איך האָב נאָך טיפער אַריינגעביסן אינעם עץ הדעת און שוין איינגשלינגן דאָס וואָרעמל אויך האָב איך זיי גאָר אָנגעהויבן צו פאַרשטיין. און אָט דאָ, כּאן הבן שואל.

ווער עס ווייסט, ווייסט אַז מען קען זיין בקי אין אַלע ז´ חכמות און בלייבן געטריי לה´ ולתורתו כּל זמן מען ווייסט און פאַרשטייט אַז אַלעס איז אַ טפל צום תורה און משה אמת ותורתו אמת. אָבער ברגע וואָס די פילאָזאָפישע שאלות הייבן אָן שווער צו ווערן און צו אַרן, ווען מען קלערט צי אַלטערנאַטיווע היסטאָרישע נאַראַטיוון יש דברים בגום, אָדער די וויסנשאַפטלעכר פאָרשונגן זען אויס צו קלאַפּן אָדער לכל הפחות אַז מען קען זיי נישט דוחה זיין בקש ותבן, מען ווערט געווויר פון אַ מושג ווי סיבה ומסובב בנוסף צו מסבב כּל הסבות דעמאָלטס איז ביטער. דעמאָלטס איז צייט פאַרטריבן צו ווערן פון גן עדן ווייל והייתם כּאלקים יודעי טוב ורע. און איינס פון די וויכטיקסטע חלקים פון יודעי טוב ורע איז רעדן און אַ שפּראַך וואָס איז דער מותר האדם מן הבהמה. אַז איך אָנגעהויבן צו טראַכטן האָב איך געקלערט אַז אפשר האָבן זיי יאָ רעכט. אפשר שטעכט עס זיי די אוירן צו הערן אַ בדיעבדיקע ייִדיש וואָס איז נישט אויסגעהאַלטן לויט חוקי הגראַמאַטיק. איי מיר רעדן און באַנוצן זיך מיט ייִדיש מער ווי זיי? נו איז וואָס? מיר שנאָרכצן אויך מער איז דעריבער האָבן מיר אַ מאָנאָפּאָל אויף אַ גוט שטיקל שליים?

אָבער אַנשטאָט צו פאַרענטפערן וואָס איז אויך מיר אַמאָל שווער געווען לאָמיר פרעגן עפּעס אַנדערש. פאַרוואָס אַרט עס אונז טאַקע? איז עס נישט אפשר, בלויז אפשר, ווייל מיר דערקענען אין זייערע טענות עטוואָס אמת און עס ציפּט? לאָמיר לייגן ייִדיש אין דער זייט פאַר אַ מאָמענט און אָנקוקן די צוויי אַנדערע שפּראַכן וואָס מיר מאמינים בני מאמינים ניצן: לשון קודש און ענגליש (ואתכם הסליחה די ייִדיש רעדנדיקע שטריימל קעפּ פון בונאָס אייריס, סאַן פּאולו, אַנטווערפּן ושאר מקומות אויסער אַנגלאָו סאַקסישע מדינות און ישראל.) לאָמיר זען וויאַזוי אחינו בני ישראל המקיימים טועמיה בערבי שבתות וימים טובים, לאָמיר זען זייערע בקיאות אין דער גראַמאַטיק פון ענגליש און לשון קודש. אָט אַזוי וועלן מיר זען צי ייִדיש איז אַ שפּראַך וואָס דער אייבישטער האָט געלייגט צוזאַמן מיט אברהם אבינו העכער די מזלות צי האָבן מיר שוועריקייטן מיט סדר און דיסיפּלין און מיר געפונען עס שווער זיך צוצושטעלן צו כּללים בכלל און כּללים פון אַ שפּראַך בפרט? פּונקט ווי מיר קענען זיך נישט אויסלערנען צו פּאַרקירן וווּ עס איז מותר, בויען וווּ מען האָט רשות, לייגן אונזער מיסט ווי מען האָט דערצו געמאַכט אַ בית קיבול, און פליען מיט אַזויפיל פונט ווי עס איז ערלויבט, קענען מיר זיך אויך נישט צוגעוויינען צו שרייבן און רעדן לויט הלכות און מסורת פון גראַמאַר מיט אַ געהעריקער סיסטעם פון שפראַך מסורת(יוסעד´ז בלע"ז).

איז עס דען נישט אמת אַז דער זעלבער רבי וואָס פעלט ווערטער ווען ער רעדט ייִדיש לאָזט אויך אויס אַלע דקדוק רש"יס? (ווי אויך רש"יס וואָס רעדן וועגן תשמיש המטה. פון ביידע האָט ער מורא: פונעם ערשטן מען זאָל נישט זען ווי ווייניג ער קען און פונעם צווייטן אַז ער זאָל נישט זען וויפל די קינדער קענען.) ווען מען שרייבט שוין יאָ פון דקדוק איז עס ´ואלו המבינים בחכמת הדקדוק´ כּאילו וואָס עלעף יעריקע קינדער פון נישט חרדישע שולן קענען איז אַ חכמה ווי אַסטראָלאָגיע און אַנדערע קליינע אותיות. און אויף אונזער פעהיקייט אין ענגליש, נו, מיר האָבן באַשאַפן אַ גאַנצער נייער שפּראַך פון ייִנגליש צו אַקאָמאָדירן פראַזן ווי ´ווי שוד בי מקבל אָן אָס´ און ´איט קאָמס מי אַ מזל טוב´.

און דער פועל יוצא דערפון איז ווי ר´ חיים בריסקער האָט געזאָגט, ´אַ חסרון אין הסברה איז אַ חסרון אין הבנה´. אַז מען קען נישט נוצן שפּראַך קען מען נישט גוט פאָרמולירן וואָס מען קלערט. ווערט אַ מאַנגל מיט ווערטער און די הענט נעמן באַלד איבער. סיי מען איז משלים מיט די הענט וואָס דער מויל קען נישט זאָגן און סיי מען דערלאַנגט מיט די הענט לויט דער געמיינהייט פונעם מויל. דאָס איז נישט צו זאָגן אַז חסידים זענען געמיין. חלילה. אָבער פאַר אַ טאַטע צי אַ רבי צו זאָגן ´טו אַזוי אַז נישט כאַפּסט דו אַ פראַסק´ איז פיל לייכטער ווי זאָגן פאַרוואָס עס איז נייטיק צו טון וואָס מען האָט געבעטן. און אַז אַ רבי פון חסידים נעמט זיך שעלטן ווערט ער באַלד אַ קדוש וטהור אָבער אַז ער רעדט געלאַסן און מעסיק איז ער אַ מאָדערנער ייִנג. איי דברי חכמים בנחת נשמעים? אַ גוטע קשיא אָבער דאָס טוישט נישט דער מציאות.

איז לאָמיר זיין שטאָלץ און זאָגן הויך וואָס אונזער צוגאַנג צו שפּראַך איז, וועלכע עס זאָל נאָר זיין. מיר האָבן נישט קיין צייט זיך מטריח צו זיין גענוי וואָס אַ וואָרט מיינט. ממילא ווייסט מען שוין גאַנץ גוט וואָס מען מיינט און גייט נישט מיטן נאָז אין דער הייך. אַז אויף אַ וואָרט מיינונג קען מען זיך אַמאָל דינגן ווייל עס מאַכט אויס צו וויסן פירוש המלות פון אתה חונן, אינטערסירט אונז נאָך ווייניקער הלכות דקדוק. הלכות שבת איז אונז מער ווי גענוג. און אויסער והמן נׁפֵל אָדער נָפַל מאַכט עס סייווי נישט אויס מה שאין כּן הלכות שבת זענען הלכות התלויים בשערה. ועל כּולם די וואָס געבן זיך אָפּ מיט דקדוק איז דער מערסטער חושש צו זיין אויף זיי אַז זיי וועלן נאָך וואָקן איבער דער ברידז חלילה. ממילא אפילו הלכות שבת איז דוחה פיקוח נפש כּל שכּן אַביסל גראַמאַר וואָס ווי געזאָגט ווייסט מען דאָך סייווי וואָס מען מיינט איז ווי קען מען חלילה מפקיר זיין ייִדישע נשמות און זיי לאָזן פאַרבלאָנדזשעט ווערן אין אַ ווערטער ביך?

על כּן לאָמיר זיך האַלטן ביי אונזערס, לאָמיר ווייזן ייִדן וואָס ווילן צו אונז קומן דעם טעם פון אַ שבת און דער גמילות חסדים וואָס וואַרפט זיך אונטער די בענק ביי אונז. לאָמיר זיי ווייזן המודיע און משפּחה אַז אויך מיר קענען שרייבן צייטונגן מיט אָפ־עד קאָלומיסטן. לאָמיר זיי ווייזן אַרטסקראָל גמרות וואָס חלילה נאַשן נישט פון יאַסטרוי ווייל זיי געבן אים נישט קיין קרעדיט און ווי קען מען חושד זיין אַזאַ הייליגער מוסד זאָל נישט מקיים זיין האומר דבר בשם אומרו... און ווי הונדערטע בעלי תשובה האָבן שוין אויפגעוויזן אַז אַזויווי זיי שפּירן נאָר דער טעם פון תורה און מצוות שטערט זיי שוין נישט אַזעלכע טפלדיקע זאַכן ווי ´ביי יו אָף שמחות´ און אַ צושפּאָלטענער אינפיניטיוו.

און ר´ שלום, איר זייט אונז ווייטער מהנה און פאַרדעם וווינט איר טאַקע לעבן דער ברידז אָבער אויפן צווייטן זייט.

5 תגובות:

אנונימי אמר/ה...

Agreed!

אנונימי אמר/ה...

Congratulations on an outstanding, clearly articulated post. Your non-dramatization and non-going off on tangents prove how sound your argument is. That's the beauty of this post

אנונימי אמר/ה...

שפאלטן דעם אינפינאטיוו וואלט איך שוין מוחל געווען. אפי' אין די גראמאטישע וועלט איז עס שוין נישט סבר וקיבל, און אפשר קען מען זאגן וויאזוי ס'אידיש'ט זיך אזוי גוי'אישט זיך.

אבער דער סאביאקט מיט ווערב זאלן זיך פארן וואלט איך געצאלט כל הון דעלמא, כל"ח.

בר-נש אמר/ה...

איך בין מיט דיר מסכים, אבער נאר אויפן אויספיר. נארמאל-אידיש איז ביי די חרדים זייער נאכגעלאזט. אבער די אידישיסטן, פון דער אנדערער זייט, זענען נישט מדקדק בלויז אויף דער גראמאטיק - זיי שפילן זיך מיט דער שפראך ווי זי וואלט געווען א צאצקע און גארנישט מער. זיי מאכן זיך נאריש מיט "רייניגן" די שפראך און זי צוטראכטן כל-מיני משוגענע ווערטער. און דאס אויסלאזן דאס פאסיקל העכערן "פ" מיינט דאס זעלבע ווי שרייבן דייטש מיט העברעאישע בוכשטאבן.
ניין, רבי לעבן. אידיש רעדן די חרדים. די אידישיסטן שפילן זיך בלויז דערמיט.

קטלא קניא אמר/ה...

ר´ פיני, איך בין מסכים אַז אַסאַך מאָל ווען מען באַגעגנט זיך אין אומבאַקאַנטע ווערטער אָבער מיט אַ מאָדערנעם אָפּשטאַם פילט זיך עס ווי ´גיקס´ האָבן עס מחבר געווען פּשוט צו ווייזן אַז פאַר יידיש פעלט נישט ווערטער. אָבער נישט איבער דעם דרייען זיי מיטן נאָז אויף אונזער יידיש. אַמאָל איז אויף דייטשעריזמס אָבער אָפט איז עס פשוט אויפן מיהיכי תיתידיקייט פון אונזער יידיש. אין דעם האָבן זיי רעכט לכל הפחות במקצת, חאָטש אונז רעדן מער אין יידיש ווי זיי.