יום ראשון, מאי 25, 2008

ל"ג בעומר שאלות

נאָך זיך אויסוועלן אַביסל מוזיק צו הערן און וואַרטן ביים שערער באַלד אַ שעה מיר קורצער מאַכן די וואָנצעס האָב איך גענומן מיין קליינעם אין חדר. מיר האָבן מיר געשפרייזט שטאָלצערהייט מיט אונזער פייל און בויגן און איך האָב מיר געקלערט פאַרוואָס אויף ייִדיש לייגט מען דער פייל פאַרן בויגן מה שאין כּן אויף ענגליש שטעלט מען ערשט דער בויגן (בוי אַנד אַרוי) און דערנאָך די פייל?

ועוד אויף ל"ג בעומר, וואָס איז דאָס אַ ראָטל און פון וווּ קומט דער וואָרט? ביי מצות באַקן איז אַ ראָטל דריי קילאָ, אָבער ל"ג בעומר פאַרקויפט מען אַכצן ראָטל משקה און איך ווייס נישט וויפיל צו געבן אויף אויפצווועקן די סגולות.

אַז איך שרייב שוין, מיין טאַטע האָט שבת אינדערפרי אַרום גערעדט וועגן כּהלל ולא כשמאי וואָס מען זאָגט אין אתקינו סעודתא. מענין לענין האָט מען דערמאַנט דער גמרא אין שבת וועגן די שאלות וואָס מען האָט הללן געפרעגט ערב שבת פאַרן זמן. מיין שאלה איז צי הלל איז נישט געווען דער ערשטער דאַרוויניסט? די גמרא זאָגט אין שבת (ל"א.א) אַז מען האָט זיך געוועט ווער עס קען דערצערענען הללן. כדי אים אויפצורעגן האָט מען אים געפרעגט ערב שבת ביים באָדן פאַרוואָס זענען די אויגן פון תאַדמוראַנער ווייך אָדער שיף, און פאַרוואָס האָבן אַפריקאַנער ברייטע פיס. אויף דער ערשטער שאלה האָט הלל געענטפערט ווייל זיי וווינען אויף זאַמטיקע פלעצער האָבן זיי אויגן אָפצוהאַלטן דער זאַמד. אויפן צווייטן שאלה האָט ער געענטפערט ווייל זיי וווינען צווישן בלאָטעס ממילא האָבן זיי ברייטע פיס אַז זיי זאָלן נישט דערטראָנקן ווערן אָדער ווייל זיי גיין באָרפוס ווערן זייערע פיס נישט שמעלער פון גיין שיך.

הייסט עס לפי דעם אַז מיר טוישן זיך לויט אונזער סביבה און מיר פאַסן זיך צו אונזער באַדערפענישן. ווען מען זאָל האָבן געפרעגט הלל, ווי דאַרווין האָט געפרעגט, פאַרוואָס האָבן גיראַפעס לאַנגע העלדזער? וואָלט ער אפשר געענטפערט, ווי דאַרווין האָט טאַקע געענטפערט, ווייל די צווייגן אַרום זיי זענען הויך. דער מוסר השכל פון זיין געדולדיקייט בלייבט דער זעלבער אָבער אפשר האָט ער עפעס אַנדערש אויך געמיינט.

8 תגובות:

Hershey אמר/ה...

משם ראיה? אדרבא. הילל האלט אז גאט האט די אפריקאנער פלאך געמאכט די פיס (נאז, מאן דכר שמיה) כדי זיי זאלן אין בלאטע נישט פלאטשקען. וכן די תרמודיים (וועלכע זענען אינדערהיים א האלבע שעה נאך מעריב) האט גאט אויסגעצויגן די אויגן כמין בתי עיינים שקורין גאגעל"ס בלע"ז לחסות מזרם ומחול.
אבל דארווין המין, דקרינן עליה כסיל בחושך הולך, שיטה אחרת הייתה לו. דארווין העט ווען געהאלטן אז אפריקע איז באוואוינט געווען פון מענטשן אלע סארטן, וועלכע זענען טאקע צללו כעופרת בזומפן אדירים ווייל זיי האבן שמאלע פיס געהאט. נאר די וועמען'ס איר עלטערן'ס ד.נ.א. האט פארמאגט א פוס-פלאכמאכער-מיוטאציע זענען ניצול געווארן, וישרצו וירבו ויעצמו מאד מאד.
אונערשייד איז וואו שטעקט די אורזאך פארן מאדנע פוס פארעם. הילל: אינעם ארט. דארווין: אינעם קערפער גופא.

קטלא קניא אמר/ה...

במחילת כבודך הרמה אבער לדידך מוזט דו דאָך אויך מודה זיין אַז אויפן ערשטן פרייטיק נאָך טועמיה האָט דער באַשעפער געמאַכט נאָר איין אדם בצלמו כדמותו. הייסט עס אַז די שיפע אויגן און ברייטע (פלאַכע?) פיס האָבן זיך מוטאַצירט ווייל די פון זיינע אייניקלעך מיט שיפע אויגן האָט קיינער נישט געוואָלט נעמן פאַר אַן איידעם. זענען זיי אַוועק אין אַ מדבר וווּ עס איז דאָ אַסאַך זאַמד אוז זיי האָבן זיך משדך געווען איינער מיטן צווייטן. און אָט אַזוי איז אַרויס אַן אומה פון שיפע אויגן.

אַצינד געב אַ קוק אַ בפירושער דאַרווין (די שטערן זענען מיינע) און זאָג מיר צי ער האָט נישט געדאַרפט זאָגן ברוך שכוונתי.

The giraffe, by its lofty stature, much elongated neck, fore-legs, head and tongue, has its whole frame beautifully adapted for browsing on the higher branches of trees. It can thus obtain food beyond the reach of the other Ungulata or hoofed animals inhabiting the same country; and this must be a great advantage to it during dearths.... So under nature with the nascent giraffe the individuals which were the highest browsers, and were able during dearth to reach even an inch or two above the others, will often have been preserved; for they will have roamed over the whole country in search of food.... ***Those individuals which had some one part or several parts of their bodies rather more elongated than usual, would generally have survived. These will have intercrossed and left offspring, either inheriting the same bodily peculiarities, or with a tendency to vary again in the same manner; whilst the individuals, less favoured in the same respects will have been the most liable to perish....*** By this process long-continued, which exactly corresponds with what I have called unconscious selection by man, combined no doubt in a most important manner with the inherited effects of the increased use of parts, it seems to me almost certain that an ordinary hoofed quadruped might be converted into a giraffe. (Darwin 1872, pp. 177ff.)

אנונימי אמר/ה...

?

Hershey אמר/ה...

אזיל קניא מאגמא דאתית לקטלנא בבי מדרשא? פוק לגדא דנהרא, ואנן, לא למגינא תנן אין דורשין במעשה בראשית בשנים אלא אם חכם ומבין מעצמו.
ריכטיג אז ווען טעלער ווערט געבראכן צווישן פיר שיפע אויגן איז קיין פראגע פון מצא או מוצא; בהחלט איז עס מצא מין את מינו וניער. דעריבער האבן די יוצאי ירך א טאפלטן שאנס ווייטער צו ציען די גאלדענע קייט ווייל זיי ירש'ן כפל, כידוע לשומעי לקח איי טיים בסוד עלאה גבר או תתאה גבר, וכדפירש הנזיר גרגר מנחם מענדל (גרגר יוחנן) . ברם דא עקא אז א שידוך ברצון תליא מילתא, רצה שואלין את פיה ואומרת הן, לא רצה כופין אותו עד שיאמר רוצה אני. דארווין אבער איז צווח ככרוכיא אז די נאטור איז זיך בוחר די סמעטענע, און אין א פראצעס גאר פאווילנקע מאכט זי אים לגוי גדול וועלכע ווערן עווענטועל די הערשער. וכהאי גוונא מובא ע"י הרב בעצמו בהגהותיו, שלשה כוכבים בינונים מקצה מזה ושלשה כוכבים בינונים מקצה מזה, משמיה דדארווין.
דארווין איז מסביר אז אין אן עולם התיקון—לדעתיהו דגיראפעס קאמר—און ווען אבולוציע וועט זיך אביסל אונטעראיילן, ויהי רעב בכל הסאפארי. דאס וועט גורם זיין אז כלה פירות מן חיית הארץ, ובפי הגיראפעס, וועלכע קענען זיך אונטערהייבן די קעפ, היה לחם. דעריבער, ווען כולא עלמא וועלן ליגן אויסגעצויגן נפוחי בטן, וועלן די גיראפעס ארומגיין שמח וטוב לב און עוסק זיין בפריה ורביה. על דרך, מי גרם לכם והפריתי אתכם בפריה ורביה? והרביתי אתכם בקומה זקופה. וואס דארווין זאגט אבער נישט איז אז די גיראפעס זענען געוואקסן הויך כדי זיי זאלן קענען איבערלעבן אן דארפן מלחמה פירן איבער די פירות פון די נידריגע צווייגן.
הילל'ס פילאזאפיע איז אז גאט פאסט צו א רפואה למכה; אט האט עמיצער א דיסיביליטי וועלכע שטעלט אים אין א שוואכערע פאזיציע, גיט ער אים די נויטיגע סופפארט—א באזונדערע מעגליכקייט— כדי אלע זאלן זיין אייניג, כענין מחצתי ואני ארפא. דארווין'ס טעאריע איז אז די לעזונג גופא שאפט א קאנקוראציע; וכל הגדול מחבירו בולע את חבירו.
References
Gregor Johann Mendel was born. (n. d.). Gregor Mendel. Minnesota State University. Retrieve May 26, 2008 from http://www.mnsu.edu/emuseum/information/biography/klmno/mendel_gregor.html

שלום בערגער Zackary Berger אמר/ה...

ר' ק"ק,

ווי אַ שטיצער פֿוּן הרה"ג דאָרווין (כ'בין דאָך אַ דאָקטער) דאַרף איך זאָגן אַז ניט אַזוי האָט ער געלערנט. ווען דו שרײַבסט

"ווען מען זאָל האָבן געפרעגט הלל, ווי דאַרווין האָט געפרעגט, פאַרוואָס האָבן גיראַפעס לאַנגע העלדזער? וואָלט ער אפשר געענטפערט, ווי דאַרווין האָט טאַקע געענטפערט, ווייל די צווייגן אַרום זיי זענען הויך"

איז דאָס ניט דאַרווינס אַ מיינונג נאָר לאַמאָרקס. דאַרווין וואָלט לשיטתו געהאַלטן אַז די לענג פֿוּן די דזשיראַף-העלדזשער טוישט זיך צופֿעליק (נאַטירלעכע וואַריאַציע), און די וואָס קומט זיי אויס צו האָבן די לענגערע העלדזער זײַנען מער פּאַסיק אין עוואָלוציאָנערע טערמינען. ניט די סבֿיבֿה בײַט די אייגנקייטן נאָר די עוואָלוציע באַלוינט די זגאַלן מיט די גינציקע וואַריאַציעס.

Hasidic Rebel אמר/ה...

ר' שלום -- ס'איז א דקות'דיגער חילוק, אבער איך מיין אז הלל שטימט סיי מיט לעמארקס סיי מיט דארווין. דאס וואס הלל וואלט געענטפערט, "ווייל די צווייגן אַרום זיי זענען הויך," וואלט ער דאך געקענט מיינען אז דערפאר זענען די מיט די ספעציעלע נאטורליכע וואריאציע פארבליבן ווייל זיי האבן געקענט גרייכן אין דער הויך.

קטלא קניא אמר/ה...

ר´ הערשל און ר´ שלום, הלל זאָגט נישט מער אַז זיי האָבן שיפע אויגן ווייל עס איז דאָ זאַמד. ווי חסידיק רעבעל זאָגט, לשיטת דאַרווין קען דאָס מיינען אַז די מיט גלייכע אויגן זענען בלינד געוואָרן, אָדער סתם געשטאָרבן און פון אַביסל שיף איז געוואָרן זייער שיף פונקט ווי די גיראַפעס העלדזער האָבן זיך אויסגעצויגן. און ר´ הערשל עוואָלוציע איז נישט קיין סתירה צו מקדים זיין רפואה למכה טראָץ דעם וואָס מיט פרשת בראשית קלאַפּט עס נישט צו שטאַרק.

ר´ הערשל, איר זענט אָבער גערעכט אַז אין דורשין במעשה בראשית בשנים אלא אם חכם ומבין מעצמו אָבער פונדעסטוועגן תורה היא וללמוד אני צריך.

דרך אגב האָב איך געגוגעלט דער נושא און איך האָב דאָס געפונען: http://yediah.blogspot.com/2007/03/what-do-bdelloid-rotifers-and-hillel.html

ברוך שכיוונתי. אצינד וואָס מיינט דאָס אַ ראָטל?

Yoelish אמר/ה...

מי אני שאכניס את ראשי בין ההרים הגדולים, אבל עצור מילין לא אוכל.

צום ערשטן, הירשל, די תלמוד ציטירט נישט הלל זאל האבן דערמאנט ג-ט אלס א פאקטאר. הגם חסידים וועלן שוין מסביר זיין אז דאס איז בלויז ווייל, האלטענדיג אינמיטן א טוש, און ס'איז טאקע געווען "נתעטף", דערמאנט אבער נישט די תלמוד א נטילה פון זעקס מאל בסירוגין. ווי אויךל, הגם הלל האט גענימען עש"ק א שאוער אינדערהיים, און דו שכינים האבן זיך געווינדערט "ווען גייט ער אין מקוה, זיין קאר איז געפארקט אין גאראדש אגאנץ פרייטאג ביזן זמן," דאך האט ער זיך זיכער מתנהג געווען בחסידות און זיך מתעטף אין אן האנטוך פון א חסידישע מקוה וואס איז שלש על שלש, וואס איז געניג גרויס אויף צו דינען אויפן דרך קצרה ביזן און פונעם בור. יום הק' ווען מ'גייט נישט אין מקוה, דינט ער אלס שוץ אויף דער ערד פאר די וואס פאלן כורעים. עכ"פ, מיט רעכט האט הלל, נישט קענענדיג מצרף זיין ביז צ"א אין זיין מצב, ליבערשט ארויסגעלאזט ג-ט פונעם געשעפט.

אבער לגופו של ענין. איך מיין אז 'רעבעלע' האט געשלאגן דאס נאגל אויפן קאפ מיטן ברענגן שלום דא, אז הלל איז געווען אזא אהרן הכהן, און געהאט דו פרצופין. איטליכע צד קען האלטן אז ער איז זייערס. ס'איז נישט דא קיין הכרך איין וועג אדער די אנדערע.

חוץ מיט די ערשטע חקירה, וואס קטלא האט נישט ציטירט, פארוואס די בבליים האבן רינדיגע קעפ. דארט האט הלל געגעבן א קאנטעפארערי הסבר, אז די הייבאם'ס האט נישט קיין עקספערטיז אין פארמען אנדערש. דהיינו, היצט נאך די איראק'ע אינוואזיע ווען "דאקטארים אנע גרעניצן" זענען אנוועזענד, ברויכן די פנים'ער זיך פארשמעלערן און פארלענגערן.

צום שלוס, אויף "שדרים בין החולות" איז רש"י מסביר אז דעריבער "שינה אותם המקום". חסידים וועלן זאגן ע"ד ברוך המקום ברוך הוא. אבער אפי' פאר די וואס זאגן אין המקרא יוצא מידי פשוטו זאלן וויסן אז ס'שטייט דאך אויך נעשה אדם, והרוצה לטעות יטעה.