יום חמישי, ספטמבר 23, 2004

שלש עשרה מדות

אַ נקמה אין דעם בעל דבר. שלש עשרה מדות און איך בין געװען אין שיל שױן בײַ מדת טובך וענותנותיך, ס'איז מיר געלונגן זאָגן אַ האַלבע טיץ קל הורת לנו'ס בציבור, בײַ תרצני בקראי ה' ה' בין איך אַריבער געשפּרינגן װי אַ הײַשרעק צו ה' ה' און ס'האָט געקנאַקט. מײַן זין איז אױך געװען מיט מיר און ער איז אױף מיר נערװעז געװאָרן װײַל איך בין געװאָרן אױפֿגעהײַטערט פֿון װאָס ס'קומט און איך האָב אים געגעבן אַ מיש. ער האָט מיר דווקא געװאָלט װײַזן אַז ער װײסט שױן אַלײן װוּ צו זאָגן. איז נישט. איך האָב מיך פֿאַרטיפֿט אין מײַן סליחותל און אױסגעהערט װי דער חזן האָט זיך געגאָרגעלט אַדױנױ אַדױנױ.

ייִדן, ס'װעט קומן אַ טאָג װאָס איך װעל געװױר װערן װיאַזױ עס זעט אױס דער גיהינום פֿאַר די װאָס לאָזן אױס מנחות אין די עשרת ימי תשובה. לאָמיר נאָר האָפֿן אַז מען זאָגט דאָרט שלש עשרה מדות. װעט איר פֿרעגן און װאָס איז דען דער גדולה? זאָגט מען עס דען נישט צענדליקע מאָל פֿאַר דעם און נאָך דעם? פֿרעג איך אײַך׃ און המלך זאָגט מען דען נישט יעדען שבת? מען דאַרף נישט אַלעס פֿאַרשטײן. מען דאַרף אַמאָל אױך קענען צומאַכן די אױגן און זיך לאָזן אײַנגעזאַפּט װערן אין דער קדושה װאָס נידערט אַראָפּ.

אַז דער חזן האָט געענדיקט זײַן שטיקל האָב איך מיך נישט געקענט אײַנהאַלטן פֿון כאַפּן אַ בליק. ס'איז כּאילו מען נעמט אַ װײַטיק קאָנטראָל (רימאָט קאָנטראָל בלע"ז) דער לאַנגער, שמאָלער בדרך כּלל שװאַרצער מעשה מיט אַ סאַך קנעפּלעך װאָס װױנט אין אַלגמײנער משפּחות אױפֿן קאַװע טיש אין דער סאַלאָן און װער ס'כאַפּט עס ערשט זיצט און האַלט עס װי אחשוורוש האָט געהאַלטן זײַן שרביט הזהב. װיפֿיל פּאָר פֿאָלקן האָבן זיך שױן געגעט װײַל שטענדיק כאַפּט ער עס ערשט, װיפֿיל ברידערס האָבן זיך שױן צובלודיקט איבער דעם און װיפֿיל צער און עגמת נפֿש האָט עס שױן געברענגט אױף דער װעלט?

בײַ אונז כּלל ישראל דער מבחר שבאומות איז דאָס אַלעס נישט שייך װײַל מיר פֿאַרמאָגן נישט אַזעלכע טשאַטשקעס. מיר קאָנטראָלירן נישט פֿון דער װײַטענס נאָר פֿון דער נאָנט. אמת מיר האָבן עס אױך פֿאַר אונזער סטעריאָס און אײר קאָנדישענס און מיר זענען בכלל נישט צוריק געבליבן. חלילה, װאָס פֿעלט אונז דען? בעל כּרחך מיז מען אָבער מודה זײַן אַז ס'איז נישט דער זעלבער זאַך. און נאָך אײן מזל. מיר האָבן אַ טבע אַז ס'קומט אונז שױן יאָ אױס אַמאָל צו כאַפּן אַ קוק אױף אַ טעלעװיזיע לערנען מיר עס אָפּ װי מיר לערנען אַ סוגיא. מען לערנט אַ סוגיא און פֿאַר ס'פֿאַלט עפּעס אַלײן אײַן האָט מען מורא אַז אפֿשר האָט דער מהרש"א עפּעס געפֿרעגט, און ר' עקיבא איגר און דער רשב"א און דער רמב"ן און מען ברענגט אַ באַרג מיט ספֿרים אַלץ װײַל מען פֿאָרכט אַז אפֿשר לאָזט מען עפּעס אױס. און בײַ דער טעלעװיזיע װען חלילה וחס רחמנא לצלן ס'קומט אױס צו קוקן בלעטערט מען די קאַנאַלן װײַל אפֿשר איז דער נײַעס דאָרט בעסער װי דער נײַעס דאָ. און װען מען װײַזט דער װעטער אױף סי ען ען לױפֿט מען צו אײ בי סי און דערנאָך טױשט מען װידער סתם דורך צו לױפֿן אַלע קאַנאַלן. נישט חלילה װײַל מען זוכט טמאנע זאַכן. פּשוט װײַל אפֿשר איז דאָ עפּעס און מען דערלײגט עס, מען פֿאַרלירט עס לעולם ועד. אַ ייִד װײסט אזַ יעדער מינוט איז טײַער און װאָס מען האָט יעצט קען מען קײנמאָל נישט צוריק באַקומן און דערפֿאַר מיז מען ערשט כאַפּן דעם קאָנטראָל און כּסדר טױשן. װײַל אַז מען קען משלים זײַן קרבנות בײַ הױכע שמונה עשרה און אַרײַן כאַפּן אַ האַלבע דף בין גברא לגברא הלמאי זאָל מען נישט קענען בודק זײַן דער נײַעס אין מיטן אָפּרע, זען צי מען רעדט נישט פֿון ארץ ישראל, פּשי האָסט געזען דעם כּותל, יענער קאָמערשיעל איז געװאַלדיק, דער לײב אױף נעשנאַל דזיאָגראַפֿיק איז עפּעס מוראדיק, נישט צו גלײבן. װיאַזױ מאַכן זײַ דאָס? האַלטסט ס'איז אמת צי זײ מאַכן עס פֿאַרן פֿילם?

אָט אַזאַ קאָנטראָל איז געװען אין שיל. דער חזן האָט נאָר אױסגעלאָזט און ס'האָט אױסגעזען אַז עמעצער האָט דערלאַנגט אַ דרוק אױפֿן קפֿיצת הדרך קנעפּל ('שנעל פֿאָרױס' בלע"ז). דער שאָקל איז מיטאַמאָל געװאָרן שנעלער, און די קולות אױף אַ העכערן גראַד און אַ געשרײַ האָט אױסגעבראָכן יהי רצון מלפֿניך...

אײערנעכטן בין איך דורך צװײ ייִנגלעך אױף דער גאַס הער איך װי אײנער זאָגט פֿאַרן צװײטן אַז זײַן רבי איז הײַנט געקומן אין חדר האַלב עלעף. ס'איז עשרת ימי תשובה און איך בין נישט מקטרג. װען ס'זאָל געװען הײַנט װאָלט איך עס תולה געװען אַז ער איז געגאַנגן צו תשליך. װײַל אַז פֿינעף און נײַנציק פּערצענט פֿון כּלל ישראל גײט תשליך אױף ראש השנה מיז זײַן אַזעלכע װאָס גײן דווקא נישט. און הײַנט האָב איך טאַקע געזען בײַ די װאַסערן װי אנשים, נשים וטף טראַסקן אַרײַן זײערע זינד אין דער װאַסער אַרײַן. נישט קײן װינדער ס'דאַרף אַ הכשר.

איך האָב עס תולה געװען אַז יענער מלמד איז אַװדאי געגאַנגן שלאָגן כּפּרות מיט זײַן הױזגעזינד. כּפּרות איז אײנס פֿון די זעלטענע זמנים װאָס ייִדישע משפּחות גײן אַרױס װי אַ פֿאַמיליע. איך זאָג נישט, חול המועד װען מען פֿאָרט צו דער זאָאָ־גאָרטן זעט מען עס אױך און פּסח בײַ נאַכט נאָך מען שפּאצירט אַהײם פֿון דעם שװערס סדר. אַלגעמײן אָבער איז אַ זעלטענער יקר המציאות צו זען אַ הײמישע פֿאַמיליע שפּאַצירן אױף דער גאַס איש ואשה מיט די עלעף מיט אַ האַלב נחתלעך. און אַז מען זעט יאָ װײסט מען באַלד אַז זײ זענען טוריסטן פֿון דער פֿרעמד. חוץ אַז מען גײט שלאָגן כּפּרות.

מײַן טאָכטער פֿרעגט מיר צי איך גײ שטױסן דער געלט. איך האָב נישט געװיסט װאָס זי װיל פֿון מיר. זאָגט זי אַז זי האָט געזען פֿון דער פֿענצטער אין שולע װי מענטשן שטױסן די הינדלעך. װיבאַלד זי װײסט אַז מיר ניצן מיר געלט פֿרעגט זי גוט. איך האָב איר געפֿרעגט צי זי האַלט אַז דער אײבישטער װעט שנעלער פֿאַרגעבן זינד אַז מען קאָפּעט אַן אומשולדיק עוף האָט זי געזאָגט אַז מען האָט עס נאָר געגעבן אַ קלײנע שטיפּ.

איך האָב געזאָגט מײַן בעל הבית אַז מאָרגן קום איך נישט אַרבעטן װײַל ס'איז אַ מצווה צו עסן. זאָגט ער מיר 'אײַ לאָװ יאָר רילידזן' האָב איך אים צוגעלײגט אַז דער גמרא זאָגט כּל האוכל ושותה בתשיעי מעלה עליו הכּתוב כּאילו התענה תשיעי ועשירי און ער האָט נאָך מער הנאה געהאַט. ער האָט אװדאי הנאה געהאַט פֿון דעם ייִדישן כּאילו. די קריסט צום בײשפּיל האָבן אַ באַפֿעל אַז מען כאַפּט אַ פֿראַסק זאָל מען אױסדרײען דעם צװײטן באַק. נו װער איז דען אין דער מדרגה? און אַז מען טוט יאָ אַזױ װאָס האָט מען דערפֿון. גיבט אַזאַ מצווה פֿאַר חז"ל און זײ װאָלטן דרפֿון געמאַכט אַ בראַטל. זײ װאָלטן געזאָגט כּל המסבב לחיו כּאילו סיבב כּפּרות און איר קענט זיכער זײַן אַז ערב יום קדוש אַנשטאָט געבן מלקות אין בית מדרש װאָלט מען זיך געטײלט פֿרעסק אײנעם פֿאַרן צװײטן און זיך אױסגעדרײט די באַקן.

עולם, האָט מיר אַ גמר חתימה טובה און פֿאַרגעסט נישט אַז מוצאי יום קדוש איז דער יאָרצײַט פֿון ר' אפֿרים. טרינקט אַ לחייִם און זאָל זײַן נשמה האָבן אַן עלייה.

8 תגובות:

על הכל אמר/ה...

לכבוד דעם נייעם יאר באזוכט א נייעם תלמיד
http://victorfeld.blogspot.com/

אנונימי אמר/ה...

על הכל, טי א טובה און לאז שרייבן אנאנימע קאמענטשס

אנונימי אמר/ה...

ליבער רבי,
האסט מיר דערמאנט אין דיין לאנגע ארטיקל איבער ר' אפרים וואס איך האב געלעזען מיט א היבשע צייט צוריק. עס איז צום האפן אז צום קומענדן יאר וועלן מיר באגליקט ווערן מיט נאך אזעלכע זאפטיגע "מעשה ידי..." שטיק.
א גמר חתימה טובה.

Zackary Sholem Berger אמר/ה...

כ´האָב גערעדט מיטן רעדאַקטאָר פֿון „דער באַוועבטער ייִד“ און ער איז מסכּים מיטן פֿאַרגאַנגענעם קאָמענטאַר.

כ´מיין, דו האָסט דאָך אַזוי פֿיל פֿרײַע צײַט, פֿאַר וואָס ניט אָנשרײַבן נאָך אַ פּאָר דערציילונגען?

אנונימי אמר/ה...

באמת שרייב איך דעם קאמענט בלויז צו זען אויב איך קען שרייבן אידיש דא, ווי ס'זעט אויס איז מיין קאמפיוטער עקוויפטעט דערמיט, דעריבער וויל איך בעטן און פאדערן דער רבי זאל נשיט אפזאגן קיין אידן און בפרט וועט אינז זעמער שוין מזומן, און זאל במחילת כבודו הרמה זיך נעמען שרייבן רינעדיגע מאמרים אז סזאל גיין א רויך.

אנונימי אמר/ה...
תגובה זו הוסרה על ידי מנהל המערכת.
אנונימי אמר/ה...
תגובה זו הוסרה על ידי מנהל המערכת.
אנונימי אמר/ה...

מי שברך כל הבלאגגערס הוא יברך
אלע ליינער און קאמענטירער
אלע קריטיקירער און קאמפלימענטירער
יהי רצון איר זאלט גרינגערהייט דורכשוויצן
די פיטוםס מיט די עוקץ
די שלאקן מיט די סוכות
די הושענות מיט די הקפות
דאס טאנצן מה יפית
די שפרינגען און הנפות
כצפרים עפות
ביז מען שטינקט א זלעפות
פון די זאקן ביזן טוטפות
והימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה
ומעל כל פנים דמעה ימחה
לא באספען ולא במארקאל אלא בקלינעקס המומחה
א גליקליכען ראשון לחשבון עוונות
כעתירת ידידכם מכת בכורות
וויאכטיווייהי וויאכטימייהי לחיים טובים
ונאמאאאאאאאאאאאאר אמן
שקויעך