יום שני, ספטמבר 13, 2004

בושתי וגם נכלמתי

איך קען נישט לאַנג מאריך זײַן און ס'איז נישט דאָ װאָס מאריך צו זײַן. זונטיק אינדערפֿרי בין איך פֿאַרשלאָפֿן סליחות. פּראָסט אַזױ. בײַ נאַכט האָב איך נישט געזאָגט סליחות װײַל איך האָב געװאָלט אױפֿשטײן װי ס'פּאַסט זיך אױפֿן ערשטן טאָג סליחות און איך האָב אָנגעשטעלט מײן װעקער זײגער אױף דעם צװעק. איך האָב נישט געקענט אײַנשלאָפֿן װײַל איך האָב מיך צו שטאַרק געשטיפּט און איך האָב מיך געדרײט על משכּבי בלילות. סהדי במרומים אַז מײַן װעקער זײגער איז געװען אָנגעשטעלט אױף פֿיר פֿונעף און פֿערציק, מײַן זינס און מײַן סליחות האָב איך אַראָפּגענומן פֿון די העכערע שאַפֿערס און איך בין געגאַנגן שלאָפֿן במחשבה תחלה אױף אױפֿצושטײן. װאָס מער קען מען פֿון מיר פֿאַרלאַנגן?

האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט דער בעל דבר אין מײַן זײגערעל און כאָטש ס'קלינגט לכל הפּחות אַ האַלבע שעה אױב נישט לענגער האָב נישט איך און נישט מײַן בני בית געהערט דעם קול דודי דופֿק. יעצט איז לײַכט צו רעדן אָבער אַז איך טראַכט װאָס איך האָב געקענט טון פֿאַלט מיר אײַן אַז אפֿשר װאָלט איך מיך נישט געדאַרפֿט אָנלענען שבת נאָכן טשולנט און אפֿשר װאָלט איך מיך געדאַרפֿט לײגן שאַפּײס־צו־נאַכטס אַביסל פֿאַר צװײ אַזײגער. אָבער פֿון דעסטװעגן טראָץ דאָס אַלעס פֿאַרלאַנג איך פֿון מיר אַז דער נענטערדיקן יום הדין װאָלט מיך געדאַרפֿט אַרױסטרײַבן פֿון בעט.

אַז ס'איז דאָ אַ באַשעפֿער אין הימל איז ער אַן עד מיט װאָס פֿאַר אַן עגמת נפֿש איך בין אױפֿגעשטאַנען. פֿאַר די אױגן האָב איך געזען דעם באַשעפֿער, 'שײן זע איך מיט דיר אױס, װאָס. ס'הײבט זיך אָן מיט אַ װערטעל און אַביסל קריטיק אױף אַן ערלעכער ייִד און ס'לאָזט זיך אױס מיט דעם ערשטן טאָג סליחות אין בעט אָן נעגל װאַסער בײַ דער זײַט. און װי גײסט דו צו צו ראש השנה מיט אַ האַלבער טוץ לדוד ה' אוריס און אַפֿילו נישט אַזױ פֿיל תקיעת שופֿרס? האַ? װאָס טױג דאָרט נישט? װעם האָט לדוד ה' אורי באַגנבעט? יאָ יאָ גײ נאָר אױף דײַנע װעגן װעסט דו װײַט אָנקומן.'

מײַן פֿרױ האָט געגעבן אַ שרײַ ס'איז זיבן פֿינעף און דרײַסיק און תוך כּדי דיבור בין איך שױן געװען אױף די פֿיס. װײ איז מיר. װוּ גײט מען זיכן אַ מנין זונטיק אינדערפֿרי װען ייִדן קומן אַרױס פֿון שיל מיטן טלית באַרטל אונטער די אָרעם און אַ זעטיקײט אױף די ליפּן פֿין אַ מקווה, תהילים, שמע קולנו, שחרית און װידער תהילים און איך װעל אַרײַן שפּאַצירן צי מען קען נאָך זאָגן סליחות? װוּ װײַט בין איך פֿאַרקראָכן אַז במוצאי מנוחה זאָג איך אױך ביחידות? װי איז מעגלעך צו באַשאַפֿן דער ליפֿט פֿון א' סליחות, װען מען קען זיך נישט פֿאָפּן מיטן שײַן פֿונעם שבת, מיטן גלאַנץ פֿון אַ בעקיטשע און מיט דער װײכקײט פֿון אַ שטרײַמל. מען קען זיך אױך נישט אײַנװיקלן אין אַ טלית און זיך באַהאַלטן. צו סליחות קומט מען אין די װאָכעדיקע בגדים, די זעלבע בגדים אין װאָס מען זונדיקט באותו בגדים טוט מען תשובה, באותו בגדים שרײַט מען סלח לנו אבינו כּי ברוב אוולתינו שגינו. דאָס איז דער אַטמאָספֿערע פֿון דער פֿאַרטאָגס װען דער בית מדרש איז אַזױ שװאַרץ װי דער אינדערױסענדיקע הימל און אינערװײניק איז פֿאַרכמאַרעט פֿון אַרבעטס רעקלעך און אױסגעריבענע קאַפּעליטשן. דער װײַסער פּרוכת אױפֿן ארון קודש געפֿינט זיך נישט דאָס פּלאַץ בײַ דעם װאָכענדיקן עולם און די נאַקעטע טישן. מען זאָגט אָבער הנשמה לך און אַפּאָר קל מלך יושבס און דער מידיקײט װערט נעלם, דאָס פֿינסטערנישט הײבט זיך, דער װאָכענדיקס װערט דערהױבן און אפֿילו די כּרחם אבס באַקומן אַ ייִדיש טעם. און דאָס האַלט זיך ביז די געלט גײערס הײבן אָן קלאַפּן מיט די הענט.

װען איך האָב אַרײַנגעטראַכט װאָס גענױ טוט מיר װײ האָב איך באַשלאָסן אַז איך קען לעבן מיט דעם נאָר װאָס שטערט מיר אין אמתן איז אַז מײַן זין װעט נישט האָב אײַנגעקריצט אין זײַן מוח די קולות און בילדער פֿונעם פֿאַרטאָגס װען דער שטילער גאַס רעשט פֿון סליחות, װען מען װעקט אױף דעם פֿאַרשלאָפֿערנער שיל מיט אשרי יושבי ביתך, װען בײַ די פֿענסטערס איז נאָך שװאַרץ און דער בעל תפֿילה שרײַט שױן זוחלים ורועדים מיום בואך, װי שמע קולנו ברענגט אָן דאָס ליכטיקײט און דער זין קומט כאַפּן אַ בליק בײַ שומר ישראל. אױף װאָס ער האָט נישט געזען דאָס יאָר קען איך נישט תשובה טון און אַז ער װעט קײנמאָל נישט װיסן אַז ער האָט פֿאַרפּאַסט און װאָס ער האָט פֿאַרפּאַסט אױף דעם העלפֿט נישט קײן חרטה.

איך האָב אים אױפֿגעװעקט און ער איז באַלד אױפֿגעשטאַנען. איך האָב מיך געפֿרײט אַז ער איז נישט געװען צו אַנטױשט אָבער הא גופֿא האָט מיך אױך אומעטיק געמאַכט. איך האָב אים געזאָגט אַז מיר גײן מיר זאָגן צוזאַמן סליחות און איך האָב אַראָפּ געלײגט אַן אשרי, אַ לך ה' הצדקה, אַ הנשמה לך אַלעס אױפֿן אָטענטישן נוסח. פֿאַרשטײט זיך אַז ה' ה' האָב איך נישט געקענט זאָגן אָן אַ מנין. ס'האָט מיר אַמאָל אַ ייִד געזאָגט אַז װען מען דאַװענט ביחידות זאָגט מען נישט בײַ די קל מלא רחמיםס פֿון קל הורית לנו און װײַטער ממילא האָב איך דאָס אױך געמיזט אױסלאָזן. בין איך געבליבן מיט אַן אומגלימפּערטן סליחות, במוצאי מנוחה אין העלן טאָג און שמע קולנו אָן אַ װידערקול. װײַט װײַט פֿונעם געװיסיקן אַרטיקל.

על כּרחך מיז מען אַזױ זאָגן. אַזױ װי זאַטע עשירים עסן פֿיל בעסער װי הונגעריקע אָרעמעלײַט אַזױ אױך טון צדיקים פֿיל בעסער תשובה װי פֿאַרזונדיקטע. לאָמיר האָפֿן אַז ביז ערב ראש השנה װעל איך מיך פֿאַרדינען דער זכייה אױפֿצושטײן צו זכור ברית.

10 תגובות:

אנונימי אמר/ה...

ליידער, אבער קוק אויף די גוטע זייט, מיר האסטו מחי' געווען מיט דעם שטיקל, נישט פון דעם וואס ביסט נישט אויפגעשטאנען, נאר פון דעם געשמאק וואס איך האב געהאט פונעם לייענען, זאל דער בורא רחמנות האבן אויף זיין פאלק.

אנונימי אמר/ה...

עפעס איז דא "פישי"
קודם כל איז נישט צו פארשטיין פארוואס איז קטלא נישט געגאנגען זאגן סליחות אין ביהמ"ד 7:30 מוז זיין אז ער ווייסט נישט אז כאטש 20% אידן זאגן סליחות שפעטער ווי אכט אזייגער.
און אויב לאמיר זאגן אז ער איז יא אויפגעשטאנען צו סליחות אין צייט, וואלט ער דאך געוויסט אז זוחלים ורועדים איז זייער נאנט צו שמע קולינו.
און בדרך אגב, אין די סידורים שטייט אז בניגוני הטעמים מעג מען זאגן ה' ה' ביחידות
? נישט צו פארשטיין ?

אנונימי אמר/ה...

Tell me, forget about selichot, but the Rathergate let you sleep? 1

אנונימי אמר/ה...

רבותי! ווילט איר וויסען אינטער די קוליסען זאכען וועגען דעם קומנידיגע סאטמערע חתונה קוקט אויפן ניי-דיזיינט בלאק
satmer.blogspot.com

Isaac אמר/ה...

Rabayni: vidder mit titlen in Looshen Koydesh?
;)
Tichle shoona vekileloiseyha, taychel shoona ibirchoiseyha, umayn!

A git gebentchet yoor tzi aych & tzi alle!

אנונימי אמר/ה...

איך האב גיט געזען ? טריפעל עקס האסטי ארויפגעפירט און געלינקט ? זיכער געווען א מיסטעיק, איך בעט דיר מער זאל דאס געשען מיין ווייב דארף נשיט זען אזעלעכע זאכן

קטלא קניא אמר/ה...

מײַנע אַנטשולדיקן. ס’זעט אױס אַז טאָמער מען לײגט אַרײַן בטעות אַן אַדרעס מיט blogspost אַנשטאָט blogspot װי איך האָב געטון כאַפּט זיך אַרײַן דער סטרא אחרא. אַצינד פֿאַרשטײ איך שױן פֿאַרװאָס אַ ספֿר תורה װערט פּסול אַז אפֿילו אײן אות איז נישט געהעריק.

אנונימי אמר/ה...

"מיין ווייב דארף נשיט זען אזעלעכע זאכן"
פון וואס האסטו מורא?
דיין ווייב וועט נישט זינדיגען פון קוקען פארן.
משה רבינו האט פארגעסען צו אסר'ען מאסטורבאציע פאר פרויען אדער האט ער נישט געוואוסט אז זיי טוען דאס.
אבער די זאלסט אלס אנלייגען אויף דיין ווייב.

אנונימי אמר/ה...

ווייבער טארן אויך נישט קיקן פארן זיי טארן אויך נישט האבן מחשבת אסירת
אין זיי מעגן מאכן מאסטורבאציע זיי פארלירן נישט קיין זרע דורך דעם

אנונימי אמר/ה...

משה רבינו האט נישט גע'אסר'ט מאסטורבאציע אדרבא וואו שרייבט ער דען דאס
דאס איז אן איסור וועלכער חז"ל האבן מחדש אין פרק כל היד
איי אונן איז געשטארבן?
נישקשה עכן נדב ואביהוא קרח ופלמייתו זענען אויך געשטארבן האבן זיי דען געטון די ערגסטע זינד?